דו ביסט גענוג
- Jacob Sigall
- Sep 21
- 1 min read
אַ סך מענטשן לעבן מיט אַ שטילן, אָבער שטענדיקן פחד:
בין איך גענוג?
טו איך גענוג?
דערגרייכ איך גענוג?
בין איך גענוג גוט?
די געזעלשאַפֿט דריקט אָפֿט ארײַן אין אונז דעם געדאַנק, אַז אונדזער ווערט ווערט געמאָסטן לויט אויסווייניקע דערגרייכונגען, ווי פּערפעקט מיר זעען אויס, אָדער ווי גוט מיר פּאַסן זיך צו די פֿאָרשריפטין.
די תורה לערנט אונז שוין, אַ מענטש איז געשאַפן געווארן בצלם אלקים (בראשית א, כ״ז). דאָס מיינט, אַז אונדזער ווערט דאַרף מען נישט פאַרדינען — ס’איז אַ מתנה וואָס ליגט אין אונזער עצם.
ווי עס שטייט אין אבות (ג, י״ד):
חביב אדם שנברא בצלם. חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם, שנאמר: כי בצלם אלקים עשה את האדם.
די תורה זאגט נישט בלויז אַז מיר זענען חשוב. מיר דארפן דאס וויסן קלאָר. ווײַל אויב אַ מענטש גלייבט נישט אין זײַן אייגענעם ווערט — וועט ער קיינמאָל נישט אויסנוצן זײַן פאָטענציאַל.
ס’איז אַ סך וואָס פילן זיך נישט “גענוג” ווײַל זיי מישן צוזאַמען זעלבסט־ווערד מיט פּראַפֿעקציע. זיי מיינען: “אויב איך וואָלט געווען קלוגער, מער דיסציפּלינירט, מער מצליח — דאַן וואָלט איך געווען גענוג.”
אָבער דער פסוק זאָגט (דברים י״ח): תמים תהיה עם ה׳ אלקיך.
תמים מיינט נישט פּערפעקט — תמים מיינט גאַנץ. גאַנץ איז כּולל אויך שוואַכקייטן און חסרונות, הצלחות און דורכפאַלן.
צו וויסן אַז דו ביסט גענוג איז נישט סתּם אַ מחשבה. ס’איז אַן אופֿן ווי צו לעבן.



